מיין יגדיל תורה Yagdil Torah

Produced by: Yochi Briskman
Composed and Lyrics by: Yitzchok Pluczenik
Arranged by: Moshe Laufer
Music by: Yochi Briskman Orchestra
Vocals Arranged by: Chaim Meir Fligman
Children and Adult Choir by: Shir V’shevach Boys Choir
Music Recorded at: Zemirot-Banet Studios
Vocals Recorded at: Master Studios Airmont NY
Mixed by: Chaim Gottesman

ווי נאך אזוי א׳דאס
וואס פלאנצט יסודות
באוואסערט שרשים
פין די צאן קדשים
די נשמה׳ס נעסט
כדי וואקסן פעסט
ווער איז חשוב איידער
די אידישע חדר

שלוחים גאר ריכטיג
פינעם מצוה וויכטיג
צי פארטרעטן זעכער
לבניך
די ידיעות און דת
לערענט מען אויס אין קלאס
ווער איז חשוב צי אים
ווי די הבל פיהם

אוי ווי טייער איז
אזעלעכע פירות
ס׳ליגט ביי זיי
אינזער אידישע הייזער
איך גיי שטיצען אין טראגן
וואס מיר טוען פארמאגן
אין פארברייטן די אורה
פין מיין יגדיל תורה

ס׳שם׳ט לתהילה
מיט פערעלעך פילע
די תלמידים פין דארט
שוין צענדליגע הינדערט
ווער קען שעצן וואס איז
אין פארשטיין דאס זכות
פין פארשפרייטן גאר
איבער פיפצעג יאהר

גיי ווייטער, טוה פארן
נאך פילע גיטע יאהרן
טוה ווייטער אויף הייבען
דאס אידישע גלייבן
מיט א סיעתא פין אויבן
יעדער פרט יעדער אויפן
א קידוש השם מאכטס אין
די חדר אויף אכצן

אוי ווי טייער איז
אזעלעכע פירות
ס׳ליגט ביי זיי
אינזער אידישע הייזער
איך גיי שטיצען אין טראגן
וואס מיר טוען פארמאגן
אין פארברייטן די אורה
פין מיין יגדיל תורה

הדמיה מדריך דיגיטלי

היי,
נעים להכיר!

בדוק את תיבת המייל שלך >
המדריך מחכה לך שם!

אם לא קיבלתם אותו בדקות הקרובות, בדקו בתיבת הספאם או בלשונית קידום המכירות